װיקיפּעדיע:פריוואטקייט פאליסי

דער בלאט איז אן אפיציעלער פאליסי בלאט פאר דער אידישער וויקיפעדיע. ער איז ברייט אנגענומען דורך שרייבערס און עס איז ראטזאם נאכצופאלגן די אנווייזונגען דערינען. אויב ווילט איר ענדערן פאליסיס אין דעם בלאט, מאכט זיכער אז עס איז דא אויף אייערע טוישונגען א קאנצענזוס. אויב האט איר א ספק דאן רעדט עס דורך אויפ'ן רעדן בלאט. און אויב ווילט איר אפשרייבן נייע שכל'דיגע פאליסיס מוז דאס זיין פאסעדיג צו דער הויפט ענגלישער וויקיפעדיע (און\אדער דער העברעישער וויקיפעדיע) פאליסיס.


פריוואטקייט פאליסי איז א פארזיכערונג צוזאג און פאליסי פון אלע באנוצער דא און אויך פון די וויקימעדיע פונדאציע, וויאזוי זיי פארפליכטן זיך צו היטן אויף די פריוואטקייט פון אלע וויקיפעדיע און אנדערע וויקיבאנוצער און אינפארמאציע.

דאס הייסט אז מען טאר נישט באשרייבן קיין פריוואטע מענטשן סתם אזוי נאר בלויז אויב זיי שטימען אין די גדר פון וויקיפעדיע:מערקווערדיגקייט. און וויאזוי מען באשרייבט וויקיפעדיע:ביאגראפיעס אויף לעבעדיגע פערזעהנליכקייטן.

די פאליסי דא אין אידישען וויקיפעדיע איז נישט שטרענגער מיט קיין איין פרט פון אנדערע וויקיפעדיעס און אלע וויק'ס באהאנדעלט מען דעם שטרענגסטן אונזערע אידענטיטעט פון די באנוצער פון אלע וויקיפעדיעס אבער נאכדערצו ביי אידן וואס רוב זענען דא פרומע באנוצער וואס זייערע רבנים לאזן זיי נישט שרייבן אויפן אינטערנעט און זייער אויפדעקונג איז א שטער פאר דעם אידישען וויקיפעדיע.

מודעה: אלץ וואס איר באשטייערט צו א פראיעקט פון וויקימעדיע ווערט פארעפנטליכט בפרהסיא. וואס נאר איר שרייבט ווערט געהאלטן אויף אייביג. דאס איז כולל ארטיקלען, באניצער בלעטער און רעדן בלעטער.

אינהאַלט

[בעאַרבעטן] מען טאר נישט אויפדעקן קיין אנדערן'ס פריוואטע אידענטיטעט

אויפצודעקן די אידענטיטעט אדער סיי וואסארא אנדערע פריוואטקייט פון אן אנדער באנוצער אן רשות אים צו פערזענליך אטאקירן, איז זייער שטרעג פארבאטן אין דער אידישער וויקיפעדיע און מ'ווערט בלאקירט דערפאר פון אלע וויקיפעדיע שפראךן אן ווארענען.

אויב א סייט טוט אויפדעקן די פריוואטקייט פון א וויקיפעדיע שרייבער, האט די וויקימעדיע פונדאציע א פאליסי אז א ראובאט לאזט נישט לייגן די דאזיגע סייטס אין קיין איין וויקי אונטער זייער בעלות, אויך האבן זיי אן אפמאך מיט גוגל און יאהו און אנדערע סוירטש ענזשינס אז די דאזיגע סייטס ווערן אנערקענט אלס ספעם און זיי לינקן נישט אהין אין די זוך רעזולטאטן. מען דארף דאס נאר ציוויסן טאן פאר די סטוארטס זיך מיט דעם מטפל זיין.

אופן:

  1. אפילו עס איז נאר א רמז.
  2. אפילו עס איז נישט אמת.
  3. אפילו ער טענה'ט אז ער האט נישט געמיינט צו טשעפן.
  4. אפילו יענער האט קעגן אים געטאן אן עוולה
  5. אפילו יענער האט געבראכן פאליסי.
  6. אפילו ער טענה'ט אז ער האט נישט געוויסט די פאליסי.
  7. אפילו יענער האט אים געזאגט זיין אידענטיטעט.

צום ביישפיל:

  1. אויב איינער רופט איינעם ביי א אנדער נאמען אפילו עס איז נישט זיין ריכטיגער נאמען איז דאס א פארעם פון ארויסגעבן זיין אידענטיטעט, ווייל עס קען זיין א רמז פאר עפעס.
  2. אויך א פלאץ אדער א פאך וואס מען ארבייט פאר פרנסה.
  3. אדער א חסידות, דווקא א קליינער חסידות נישט סאטמאר אדער גור ברסלב וכדו', אז מען זאגט איינעם אז ער איז א חסיד פון יענעם רבין און יענער רבי האט בלויז אפאר חסידים.

סיבה:

ווייל רוב אויב נישט כמעט אלע יידיש שרייבער זענען היימישע חסידים וואס קענען זיך איינער דעם אנדערן און ווייסן זייערע משפחה נעמען און ווער זיי זענען. און סיי וואסארא יעדע רמז אז מען האט געפאקט דעם שרייבער אויפן אינטערנעט; איז זיין פרנסה; חינוך פאר די קינדער; שידוך פאר די קינדער; סאציאלער שטאנד אין קהילה; און אזוי ווייטער געשאכטען געווארן פאר אייביג. ווייל אינטערנעט איז טריפה או אפגעפרעגט ביי חסידים וואס רעדן יידיש.

נישט יעדער חסיד האט די מסירת נפש פאר וויקיפעדיע און רוב פון זיי זיכן זיך נישט קיין צרות און זיי וועלן נישט זיך באטייליגן אין וויקיפעדיע אויב מען וועט נישט פארזיכערן צו היטן זייער אידענטיטעט פאר אלע געלטער.

הילף אינהאַלט


[בעאַרבעטן] וואס איר שרייבט אויף וויקיפעדיע איז מער נישט אייערס פריוואט

וואס מען שרייבט אין וויקיפעדיע איז נישט אייערס מער, אפילו איר האט זיך שטארק געפאלגט דערויף און נאר איר האט דאס געקענט שרייבן.

[בעאַרבעטן] אייער פריוואטער אידענטיטעט

זיי וועלן נישט ארויסגעבן קיינעם'ס פריוואטקייט נאר אויב זיי ווערן פארלאנגט פון די רעגירונג דורך דעם געזעץ פון לאנד. און אויף אנדערע אומשטענדן וואס זיי האלטן אז דאס פעלט אויס פארן וואולזיין פון אלע וויקי'ס ווי וויקיפעדיע און וויקינייעס און אזוי ווייטער.


[בעאַרבעטן] זיך איינשרייבן

אויך כדי צו היטן אויף אייער פריוואטקייט פאדערן זיי אויף יעדן באנוצער זיך איינשרייבן אין וויקיפעדיע און נאר שרייבן מיטן באנוצער נאמען ווייל דער איי. פי. אדערסע קען אייך ארויסגעבן די פריוואטקייט פאר שווינדלער וואס ליינען וויקיפעדיע.


פאליסיס
ארטיקל סטאנדארטן

נייטראל
צייגט מקורות
וואס וויקיפעדיע איז נישט
ביאגראפיעס פון לעבעדיגע פערזענלעכקייטן

צוזאמענארבעט מיט אנדערע

זיך אויפפירן העפליך
קאנסענסוס
פערזענעלעכע אטאקעס פארבאטן
לייזן מחלוקת'ן


Apteka muzyka teledyski Blog Fotografia Zakłady Bukmacherskie STS kierownik budowy Program lojalnosciowy mp3download, wyszukiwarka mp3 sztuczna biżuteria Przewodnik po zarabianiu gadżety reklamowe Katalogi stron Ogrzewanie elektryczne Fotografia ślubna zaproszenia ślubne bento kronen kick koparki Bułgaria wczasy Karaoke tani kredyt hipoteczny COOLsurf