|
מכשירים |
װיקיפּעדיע:ארטיקל באשיצונג
אדמיניסטראטורן האבן די מעגליכקייט צו פארשפארן און צו באשיצען ארטיקלן ווען עס פעלט זיך אויס, סיי צוליב נאכאנאנדיג עדיט מלחמות אדער סתם וואנדאליזם. וויבאלד די אקציע איז ווי א סתירה צום מיינונג פון א אפענע וויקיפעדיע, טאר דאס נישט געטאן ווערן לייכט, און אפילו דאס פעלט זיך אויס ליגט אן אחריות אויפן סיסאפ דאס צוריק עפענען צום ערשטן געלעגנהייט ווען עס שטילט זיך איין די פראבלעם. ווען מען פארשפארט מוז מען דאס פארשפארן אין דעם לעצטן, נישט וואנדאליזירטן, ווערסיע. נישט צוריקדרייען צו א ווערסיע וואס איז אן אנדערן'ס מיינונג פו א עדיט מלחמה. - ווייל טאמער יא, נעמט איר א שטעלונג אין די עדיט וואר און דאן טארט איר שוין נישט פארשפארן דעם ארטיקל. ווען מען פארשליסט אן ארטיקל מוז מען דאס איינמעלדן פאר יעדן דורך ארויפלייגן אדער פולער באשיצונג {{פולער באשיצונג}}
דער ארטיקל איז א צינד פארשלאסן פון וועגן איבערג'חזרטע פארשטערענע ענעדערונגען.
[בעאַרבעטן] 2 מינע פארשליסונגן
[בעאַרבעטן] סיסאפן וואס זענען נוגע בדבר טארן דאס נישט פארשפארןוויבאלד א סיסאפ האט נישט קיין גרעסערע כוח ווי א נארמאלער באנוצער, איז אפילו אין זיין מיינונג הערשט דא וואנדאליזם אדער א עדיט מלחמה טאר ער עס דאך נישט פארשפארן, סיידן אויב ער האט רוב קאמיוניטי וואס האלט מיט אים אז ער איז נישט קיין נוגע בדבר. איינער וואס איז א נוגע בדבר טאר נישט מחליט זיין וואס איז וואנדאליזם. ווייל ער קען זיין נישט גערעכט אין בייעסט פאר זיך יענעם צו באטיטולן שלא ביושר אלס וואנדאל דערמיט צו איינפירן חלילה צענזור. אויפמערזאם! אויב דער סיסאפ איז מיטן שרייבער אין א רעדאקטיר קריג איבער דעם ארטיקל ווייזט פון דעם אויס אז עס איז דא אויף וואס זיך צו דינגען, און דערפאר טאר נישט דער סיסאפ פארשפארן די ארטיקל לויט זיין מיינונג. בלויז ווען דער סיסאפ איז נישט אין א ויכוח, אבער ער טוישט נישט יושר'דיקע אינפארמאציע, און א צווייטער דרייט דאס ווידער און ווידער צוריק, מעג דער סיסאפ פארשפארן דעם ארטיקל. ווען מען איז א נוגע בדבר מוז מען בעטן אן אנדערן זאל דאס טאן (בלויז א פרעמדער סיסאפ מעג באשטעטיגן דאס צו פארשפארן, און צוריק דרייען צו דעם ווערסיע וואס איז לויט דעם פרעמדען סיסאפ די מערסטע יושר'דיגע). ווייל ער איז א נוגע בדבר און צווינגט ארויף זיין דעת אויף א מער שוואכערע באנוצער וואס קען נישט האבן די כוח. אויב ער האלט אז עס איז וואנדליזם און ער איז פונדעסוועקן אריין אין א עדיט-קריג קען ער גארנישט טאן נאר בעטן א צווייטן זאל דאס טאן און אויב ער טוט דאס אלייןס יא איז ער אן אביוזער וואס מ'וועט אים אוועק נעמען די שלעכעטע כוח צו דאס נישט מער קענען נוצען אויף אנדערע. [בעאַרבעטן] נוצינגען ווען און וויאזוי אפצושפארן
זעהט ליסטע פון פארמאכטע בלעטער
|