|
מכשיריםאין אַנדערע שפראַכן
|
פרויפרוי איז דער נקיבה מין פון מענטשן. כלפי דעם מאן מין האט זי האט א נאטור פון מער פיינקייט, רואיגקייט און איידלקייט, וואס אפילו איר קול איז מער דין און ווי א קינד, דאס אייגנאַרטיגער אויסשטעל פון איר כאראקטער און פיזישער לײַב, מאכט דאָס לעבן פון איר מאַן און אירע קינדערליך זיס, רואיג, און געשמאק, זיי צו פיטערן און מחנך זיין אגאנצען טאג דאס קליינע בעיבי און דערנאך דאס ווילד קינד מער פון טאטען. פארשטייט זיך אז די אויבן דערמאנטע ווערטער זענען נישט קיין כלל און איז בלויז רעלעטיוו כלפּי די מענער, אין פרויען בעצם איז אויך פארהאן ערגערע נאטורן ווי אין די מענער, עס איז אייביג דא חילוקים, מען קען טרעפן איידלע פיינע מענשטן, און מען קען טרעפון אומאיידעלע און שלעכטע פרויען.
אין גמרא שטייט ווען מען האט חתונה געהאט אין ארץ ישראל האט מען געפרעגט מצא האסטו געטראפן א גוטע פרוי, אבער מוצא האסטו געטראפן א פרוי וואס איז ביטערער ווי דער טויט. אויך זאגט די גמרא כל רעה ולא אשה רעה, עס איז ליבערשט צו האבן אלע סארט שלעכטץ אבער נישט צו האבן א שלעכטע פרוי. פרויען וויבאלד זיי זענען בטבע איידעלער און פיינער מוזן זיי זיך אסאך מער פראווען אין שלעכטקייט אויב זיי זענען שלעכט זענען זיי פיל ארגער פון די מענער צוליב דעם וואס וויבאלד זייער טבע מאכט זיי אזוי איידל און קלענער פארכטיגער פון א מאן מוזן זיי שרייען העכער אדער זיין מער שטרענג, וו.צ.ב.ש. אין דער צווייטער וועלט קריג ביי די ביטערע לאגערן האט זיך ארויסגעוויזן פונקטליך ווער עס איז פיין און איידל, און עס איז באוואוסט אז אויב איז געווען אין דער לאגער א אויפזעהר א פרוי איז זי אסאך שלעכטער און ביטערער געווען ווי א אויפזעהר א מאן.[פֿעלט אַ מקור] |