משולם פייש לאווי

כ"ק אדמו"ר מ'טאהש שליט"א
כ"ק אדמו"ר מ'טאהש שליט"א

הרה"צ ר' משולם פייש לאָווי שליט"א, דער טאָהשער רבי. פון די לענגסטע רבי'ס היינטיגע צייטן, איבער זעכציג יאר. זיך נישט געמישט אין קיין שום חסידישע מחלוקת קיינמאל אין זיין לעבן. אן היסטארישער בעל צדקה. מיט פאסירונגען פון זיינע טיילן געלטער פאר ארימעלייט וואס לאזט זיך נישט גלייבן.

טייל האבן טענות אויף אים אז ער זאגט צו ישועות ארויסשלעפענדיג שווערע טויזענטער פאר צדקה פון ארימעלייט. און זיי די קראנקע זייענדיג פארצווייפעלט נאך א ישועה לויפן ארום בארגן חובות איבערן קאפ כדי צו קענען געבן פאר טאהשער רבין. אבער זיינע חסידים זאגן אז דאס איז דער סוד פון זיינע ישועות אז דער חולה הרגעט זיך פאר צדקה העלפט הקב"ה אין דעם זכות און ער ווערט אויסגעהיילט.

עס מוז באטאנט ווערט אז דער טאהשער רבי האט קיינמאל נישט פארמאגט א סעיווינגס באנק אקאונט, און שטענדיג האט ער צוטיילט מער געלט ווי ער האט פארמאגט.

צ.ב.ש ווי אזוי ער האט פארטיילט די לעצטע פרוטה, אפילו אין די שווערטסע אומשטענדן ווען ער האט געמוזט אליין האבן געלט, און ווי אזוי ער האט אויסגעשפילט זיינע אייגענע גבאים און שטוב מענטשן וועלכע האבן איהם געוואלט אפהאלטן פון פארטיילן אזוי א סאך.

ארימעלייט, איבערהויפט בנש"ק'לעך, דערציילן אז ער האט ארויסגעשלעפט פאר זיי געלט פון די זאקן שיך א.א.וו. פאר זיי ווארטענדיג די גבאים זאלן נישט באמערקן זיין באהעלטעניש. שוין אין די יונגע יארן פלעגט ער שטענדיק גיין נאך געלט פאר ארימע משפחות, כלות און יתומים.

דער טאהשער רבי איז פארהייליגט ביי אלע שיכטן און קרייזן פון כלל ישראל, און ס'קומען צו פארן אויף שבתים ימים טובים אדער סתם צו נעמן זיין ברכה אלע סארטן אידן, און יעדער געפינט זיך דאס פלאץ דארט. ווי די היסטאריקער געבן איבער איז נאך קיינמאל נישט געווען אזא גרויסע געפארעכץ צו א רבין, ווי מ'פארט היינט קיין טאהש. [פֿעלט אַ מקור]

[בעאַרבעטן] זעה אויך

טאהש

[בעאַרבעטן] דרויסענדיגע פארבינדונגען

לעבעדיגע מוזיק בשעת דער רבי טאנצט מיט הגה"צ ר' יעקב יצחק ניימאן זצ"ל אבדק"ק (פאפא) בעלזא מאנטריאל

בילדער פון קרית טאהש און פון טאהשער רבי'ן שליט"א

בילדער פון טאהשער רבי'ן שליט"א


bielizna nocna praca dla informatyka Cena Nikon D3 Praca, Oferty Pracy w Turku Meble wypoczynkowe opisy na gg Zdjęcia ślubne Perfumeria wakacje Maszyny teledyski pl uniwersytet mikołaja kopernika Opisy GG Rolety Śląsk Limuzyny - wynajem kick koparki Bułgaria wczasy Karaoke tani kredyt hipoteczny COOLsurf