|
מכשירים |
משה לייב ראבינאוויטשכ"ק אדמו"ר רבי משה לייב ראבינאוויטש מונקאטשער רבי שליט"א.
דער רבי שליט"א האט געלערנט אין די בארימטער טעלזער ישיבה אין קליוולאנד, אוהייו ווי אויך אין בית המדרש עליון אין מאנסי, ניו יארק. דער רבי שליט"א איז אן איידעם ביי הגאון הצדיק רבי אהרן בערנשטיין זצ"ל ראש ישיבה פין ישיבת חיי עולם אין ירושלים און בעמח"ס פרי אהרן. דער מונקאטשער רבי שליט"א איז נאך פון זיינע יונגע יארן געשעצט געווארן דורך אלע צדיקי הדור ובראשם הרה"ק רבי יואל טייטלבוים פון סאטמאר זצ"ל וואס האט ארויסגעוויזן א זעלטענע קירבות פאר'ן רבי'ן שליט"א. דער מונקאטשער רב שליט"א איז באקאנט אלס עלוי און גרויסער למדן, (זיינע תורה'ס זענען געדרוקט געווארן אין די קונטרסי עולת שבת). דער רבי איז באקאנט פאר ארויסהעלפן אידן מיט אלע מיני פראבלעמן, ספעציעל אין לעגאלע פראבלעמן, און איז באקאנט אלס גרויסער בעל צדקה, כמנהג זקנו הגה"ק בעל מנחת אלעזר זי"ע. דער צענטער פאר מונקאטשער חסידות האט דער רבי שליט"א אויפגעשטעלט אין בארא פארק, ברוקלין, אבער עס געפינען זיך מונקאטשע'ר שטיבל'ך און מוסדות איבער דער גארער וועלט. [בעאַרבעטן] דערויסענדיגע לינקכ"ק אדמו"ר ממונקאטש שליט"א ביי שמחת בית השואבה http://www.tsofar.com//zofar/mashtap/show.asp?id=5283 |