|
מכשירים |
הילף:לינק
[בעאַרבעטן] וויקילינק: אינעווייניגסטער לינקא לינק צו אן אנדער ארטיקל פון דער יידישער וויקיפעדיע, ווערט ווען מען נעמט ארום דאס ווארט מיט צוויי אזעלכע סימבאלן פון ביידע זייטן פונעם ווארט. [[לינק]] יעדע ווארט אין דעם ארטיקל וואס האט פאר זיך אליין אן ארטיקל, אדער ווען דאס ווארט פאסט זאל זיין פאר זיך אליין אן ארטיקל, זאל מען דאס ארומרינגלען מיט די לינק-סימבאלן. אויב עס איז שוין דא אן ארטיקל איבער דאס ווארט, וועט דאס ווארט ווערן א לינק צו די ארטיקל פון דאס ווארט, און אויב דערווייל איז נאך נישטא אן ארטיקל איבער דאס ווארט, וועט דאס ווארט ווערן א לינק צו א באארבעטונג-בלאט וועלכע וועט באארבעטן דירעקט די ארטיקל פון דאס ווארט. אז יעדע ווארט קען, און גאר אסאך, ווערן לינקן ווייל אז טאמער מען באקענט זיך מיט איין נושא, און מען וויל זעהן און דאס אפלערנען אין נאך מער דעטאל, אדער זייטיגער ענין, דאס צו פארשטיין בעסער. גייט מען אריין אין די פאסענדע ארטיקלן פון די אלע ווערטער פונעם ארטיקל וואס איז א לינק צו שלעפן די ליינער אין זיך אריין דארטן צו ליינען לערנען און בארבייטען ווייטער. למשל, אויב איר ווילט מאכן א לינק פון דאס ווארט "יידן", שרייבט דאס אויף אזא אויפן [[ייד|יידן]]. ווייל אויב איר וועט ארומרינגלען דאס ווארט "יידן" בלשון רבים, וועט דער פארבינדונג נישט צו פירן צו די ארטיקל איבער "יידן", וויבאלד די קעפלאך פון די ארטיקלען זיינען געשריבן בלשון יחיד. נאך וואס איר האט ארומגערינגלט א געוויסע ווארט, דארפט איר נישט ווידער ארומרינגלען די זעלבע ווארט אין די זעלבע פאראגראף, וויבאלד אויב דער באנוצער וויל ליינען איבער די ארטיקל, קען ער זיך דאך באנוצן מיט דער פריעריגער לינק וואס פירט אהין, אבער אויב דער ווארט חזרט איבער אין די זעלבע ארטיקל אין אן אנדער פאראגראף, קען מען יא ווידער לייגן א לינק צו דאס ווארט, ווייל עס קען דאך זיין אז דער באנוצער האט אנגעהויבן ליינען נאר דער פאראגראף, און נישט פון אנהייב ארטיקל. ווען מען שאפט א נייער ארטיקל איז כדאי צו אויפזוכן אין אנדערע ארטיקלען אין דער וויקיפעדיע דער נאמען וואס איר האט נאר יעצט געשאפט, און זיי אנלינקען צו די נייע ארטיקל. ווי צ.ב.ש. אויב איר האט געשאפט אן ארטיקל מיט'ן נאמען "הלל הזקן", זוכט אויף דער ווארט "הלל הזקן" אין אנדערע ארטיקלען (טייפט אריין אין דער זוכן קעסטל דער ווארט "הלל הזקן" און דרוקט אויף "זוכן" נישט אויף "גיין", נאכער גייט אריין אין אלע ארטיקלען וואס האבן דער ווארט "הלל הזקן", און רינגלט זיי ארום מיט די לינק סימבאלן [[הלל הזקן]]) אזוי וועט מען קענען צוקומען צו אייער ארטיקל פון מער פלעצער.
[בעאַרבעטן] דערויסענדער לינקצו עני אנדער וועבזייטל אינדערויסן פון וויקיפעדיע'ס און וויקי'ס, נעמט מען נאר ארום מיט איין פון ביידע זייטן [לינק] [בעאַרבעטן] לינק צו אפטיילונג פון זעלבן ארטיקלאויב איר ווילט שטעלן א לינק צו א קעפל אין דעם זעלבן ארטיקל שרייבט אזוי: [[#קעפל]] (ווען "קעפל" איז דער נאמען פון דער אינווייניגע אונטער קעפל).
[בעאַרבעטן] אינטערוויקילינקן זעלבע ארטיקלן פון אנדערע וויקי פראיעקטן אדער שפראכן. אדער פון צוויי וויקיפעדיע ארטיקלן אין אנדערע שפראכן אדער אין זעלבן שפראך, נאר אנדערע וויקי'ס, ווי למשל פון וויקיפעדיע צו וויקינייס. [בעאַרבעטן] אינטערשפראך לינקעס איז גאר וויכטיג צו לינקן א בלאט פונעם זעלבן אישו פון איין שפראך צום אנדערן. כדי א ליינער וועט עפעס איינפאלן צו מוסיף זיין זאל ער גאר גרינג קענען בליקן אין אנדערע שפראכן וויאזוי זיי האבן דאס מסביר געווען, ווי גרינגער דאס וועט זיין אלס מער חברה וועלן זיך באטייליגן צו בארייכערן דעם וויקיפעדיע. געווענליך מאכט מען אזוי צו ענגליש: [[en:link]] אדער פאר העברעיש: he:לינק [בעאַרבעטן] טעכנישע באמערקונג
|