|
מכשירים |
װיקיפּעדיע:נייטראל
וויקיפעדיע איז אן ענציקלאפעדיע און דערפאר מוזן די ארטיקלען ווערן געשריבן נייטראליש אָן אייגענע מיינונגען מיט א ציל צו איבערצייגן אדער אויפווייזן.
[בעאַרבעטן] נייטראלער צוגאנג צו יעדן עניןדברי חכמים בנחת נשמעין, כדי די הארמאניע און שלום זאל הערשן, און כדי אייערע ווערטער זאל ווערן נתקבל און אריינדרינגען אינעם ליינער, און צוציען אנדערע צוצילייגן, פארעכטן, אויסבעסערן, און סזאל זיין ניכרין דברי אמת, איז קריטיש וויכטיג זיך צו האלטן צום נושא נייטראל, נישט שרייבן אן אפענעם שטעלונג וואס איר האלט, נאר אייביג פרובירן ארויסברענגן ביידע זייטן פונעם מטבע, און זיך נישט אריינלאזן מיט קיין "פערזענליכע" מיינונגען. נייטראל מיינט אויך אז אטאקירן אן אנדערן באנוצער פערזענליך איז שוין נישט נייטראל, אוואדאי איז קיינער קיין מלאך, און מיר פאפּן זיך נישט אז ווען נישט וואס איר האט ווען א שטארקע פעסטע מיינונג וואלט איר זיך נישט מטריח געווען צו שרייבן, אבער דער באגריף פון וויקיפידיע דינט דווקא אייער אינטערעסע, אז כדי אייערע שיטות און פערספעקטיוו זאל ווערן דאס בעסטע נתקבל על הלב, מוזט איר דאס פארשטעלן ווי אין א וויקיפידיע, נייטראל און קלאר די פאקטן, ווייל אז נישט וועט עס קיינמאל נישט האבן קיין ווערט פון אמת. אנדערשט ווי ביכער און קונסט און אלע אנדערע געשרייבאכצער - וואס פעלט זיך מער אויס א פערזענליכע גיפט און מיינונג דאס ארויסצוברענגן אויפ אן אייגענארטיגע אויפן. - איז זיך דא גרינגער צו האלטן נייטראל ווייל דער אינטערגאלער יסוד פון אלעס דא איז בלויז צו בויען אן ענציקלאפעדיע פון אינפארמאציע צו כראנאלאקירן די געשענישן אין פאקט; ווען; ווער; ווי; וואס; און פארוואס. טרוקן און קלאר. [בעאַרבעטן] מוסטער פון נייטראלקייט מחלוקתאויב האלט איר אז אן ארטיקל איז נישט גענוג נייטראל פרעכט דאס. אדער אויב זענט איר פויל דאן ביטע לייגט דעם מוסטער:נייטראל פארן עולם דאס צו פארעכטן. {{נייטראל}} וועט דאס ווערן געלעיבלט און אריינגעלייגט אין די קאטעגאריע פון אלע אומנייטראלע ארטיקלן צו פארעכטן.
|