|
מכשיריםאין אַנדערע שפראַכן |
װיקיפּעדיע:הילף אינהאַלטוויקיפעדיע איז א פרייער פראיעקט אפן פאר אלעמען צו באארבעטן און אויסברייטערן. געפינט אויבן פון יעדן ארטיקל - אריינגערעכנט דעם נעמליכן וועלכן איר לייענט יעצט - דאס קנעפל "בעארבייט דעם בלאט" איר קענט אויף איר דריקן און באארבעטן דאס בלאט. אויב איר זעט אין איינעם פון די וויקיפעדיע בלעטער אז מען דארף עטוואס צולייגן אדער טוישן, בעסערט עס אויס. טרעפן הילף
אנהייבן נוצן וויקיפעדיעאין דעם "זוכן" קעסטל קלאפט אריין א טעמע איבער וועלכער עניין איר ווילט לייענען אדער שרייבן; דריקט "גיין" (נישט "זוכן"), וועט אייך באַלד ארויפקומען דער געוואונטשענער בלאַט. אױב עס איז שױן דאָ אױף די טעמע אן ארטיקל װעט איר קענען ליינען און פארענדערן דעם אַרטיקל, און אױב עס איז נאָך נישט דאָ, װעט איר זעהן א מעלדונג צו אנהייבן שרייבן א נייעם ארטיקל אדער וועט איר קענען בעטן פון אנדערע זאלן זיי שרייבן אויף דאס טעמע. אויב איר קענט נישט שרייבן גוט אידיש, אבער פארט ווילט איר שרייבן אן ארטיקל, ווערט איר געבעטן צייכענען ביים אנפאנג פונעם ארטיקל דעם מוסטער: "{{איבערשרייבן}}". (אויב איר ווילט העלפן איבערשרייבן ארטיקלען וואס זיינען נישט גוט געשריבן, גייט אריין דא). אויב זענט איר זייער ווארים צו שרייבן און העלפן פאר די וויקיפעדיע און איר ווייסט נישט גענוי וואס צו שרייבן. גייט אריין אין דער לינק וויקיפעדיע:וויקיפעדיע דארף אייך און טרעפט ווי אזוי איר קענט העלפן צום וויקיפעדיעס אנטוויקלונג. שרייבן וויקיפעדיע ארטיקל
ענדערן און פארעכטן
רעדן און שמועסןיעדע ארטיקל האט א "רעדן בלאט", וואס דארט קענט איר שמועסן איבער דעם תוכן פונעם ארטיקל. אויך קענט איר שמועסן מיט אנדערע באנוצערס. פאר מער אינפארמאציע זעט: הילף רעדן. וויקיפעדיע טולס
וויקיפעדיע איז אפן און צוטריטליך פאר אלעמען צוגלייך. יעדער קען זען אלע ווערסיעס פון אלע ארטיקלען און בלעטער. קוועטשט אויפן "געשיכטע" קנעפל גאנץ אויבן, וועלן זיך אייך באווייזן אלע ווערסיעס פון אן ארטיקל - וואס איז אלס געענדערט געווארן און דורך וועמען. פאר מער אינפארמאציע זעט: הילף געשיכטע.
מ'מוז זיך האלטן נייטראל.
וויאזוי צו באוועגן ארטיקלן אונטער נייע נאמען. וויאזוי לייגן בילדער.
באגריפןפארבינדונג |