הארץ אטאקע

הארץ אטאקע איז ‫אַן אַקוטע * אינפֿאַרקציע פֿון מיִאָקאַרדיום (AMI אָדער, מער געוויינטלעך צווישן דאָקטוירים, MI) איז אַן ערנסטע, פּלוצעמדיקע האַרצקרענק וואָס איז כּולל פֿאַרשיידענע ניוואָען ברוסטווייטיק אָדער אומבאַקוועמקייט, שוואַכקייט, שוויצן, ניט־גוטקייט, ברעכן און קרומע האַרצריטמען, און דערפֿירט טייל מאָל צום פֿאַרלירן די באַוווּסטזײַן.

עס קומט פֿאָר ווען דאָס בלוטשטראָם צו אַ טייל האַרץ ווערט איבערגעריסן. דאָס דערפֿירט צום טויט און פֿאַרשראַמונג (scarring) פֿון דאָס האַרצגעוועב אין יענעם אָרט. דער באַווירקטער ראַיאָן קען זײַן אַ גרויסער אָדער אַ קליינער, און דערפֿאַר זײַנען האַרצאַטאַקעס פֿון פֿאַרשיידענע מדרגות ערנצטקייט, נאָר זיי שטעלן מיט זיך פֿאָר אָפֿטמאָל אַ מעדיצינישן נויטפֿאַל וואָס פֿאָדערט אויפֿמערק תּיכּף־ומיד, און דערמיט אַן אַקטיווירונג פֿון דער אָרטיקער גיכער הילף (הצלה, צום בײַשפּיל, אָדער 911).

מע שטעלט דעם דיִאַגנאָז מיט אַ קאָמבינאַציע פֿון דער מעדיצינישער געשיכטע, רעזולטאַטן פֿון ע.ק.ג, און האַרצענזימען (cardiac enzymes). די סאַמע וויכטיקסטע באַהאַנדלונג פֿאַר אַ מיִאָקאַרדיום־אינפֿאַרקט איז צו ווידער אויפֿצועפֿענען די בלוטשטראָם צום האַרץ, דורכן טראָמבאָליז (thrombolysis), דאָס הייסט צעלאָזן די בלוט־פֿאַרגליווערונג אין דער אַרטעריע מיט ענזימען (enzymes), אָדער אַנגיאָפּלאַסט (angioplasty), וואָס ניצט אַ באַלאָן אויפֿצופּראַלן די אַרטעריע. מע מוז שטרענג אויפֿפּאַסן אויפֿן פּאַציענט אויף אַ ספּעציעלן האַרצאָפּטייל אין שפּיטאָל כּדי צו פֿאַרהיטן געוויסע קאָמפּליקאַציעס. מע לייגט אויך אַ טראָפּ אויף צווייטיקע פֿאַרהיטונג (secondary prevention), דאָס הייסט עלימינירן ריזיקעס וואָס קענען דערפֿירן צו ווײַטערדיקע האַרצאַטאַקעס.


odzież dziecięca logotypy katalog stron www Przemysłowe posadzki Nieruchomości Warszawa forum Daewoo Blog Fotografia nadzór techniczny aminokwasy leasing nocleg wrocław Baza przedszkoli Fundusze UE Bogaty student nieruchomości Szczecin kick koparki Bułgaria wczasy Karaoke tani kredyt hipoteczny COOLsurf